פּ רעכטיגע כינוס פון ראשי וטובי קהל יטב לב פון איבער

Transcription

פּ רעכטיגע כינוס פון ראשי וטובי קהל יטב לב פון איבער
‫בס"ד‬
‫נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה‬
‫אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר"‬
‫מאנטאג כי תשא | תשע"ב‬
‫‪14‬‬
‫ּפרעכטיגע כינוס פון ראשי וטובי קהל יטב לב פון איבער גרעיטער‬
‫ערהאבענע 'שמחת שבע ברכות ומסיבת הכרת הטוב'‬
‫ַ‬
‫יארק ביי‬
‫ניו ָ‬
‫באוויטש הי"ו‪ ,‬יו"ר ועד הפועל‬
‫קא ָ‬
‫יא ָ‬
‫לכבוד הרה"ח ר' אברהם בער ַ‬
‫דקהלתינו הקדושה וחבר הנהלת הישיבה‬
‫כ"ק מרן רבינו שליט"א איז מפאר בראש הנאספים דורכאויס די גאנצע מאורע און איז משמיע ווארימע דברות קודש‬
‫בשבחו של אברה"ם‪ ,‬דער חשוב'ער מחותן‪ ,‬העומד לימינו עוז בכל עתים וזמנים זה רבות בשנים כולם שוים לטובה‬
‫א פרעכטיגע שמחת שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן‬
‫ע"י הנהלת קהלתינו הק' דעם פארגאנגענעם זונטאג אין די זאלן‬
‫פון בית רחל‪ ,‬צוגעשטעלט דורך הנהלת קהלתינו הק' לכבוד דעם‬
‫וועלט‪-‬בארימטן פילאנטראפ לכל קדשי בית סאטמאר‪ ,‬אביר‬
‫הצדקות‪ ,‬בונה ומקים עולמות של תורה ויראה‪,‬הטפסר המרומם‪,‬‬
‫נדיב קצין ושוע‪ ,‬הרה"ח מוה"ר אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו‪,‬‬
‫יו"ר ועד הפועל דקהלתינו הק'‪ ,‬וחבר הנהלת הישיבה‪ ,‬לרגל‬
‫שהשמחה במעונו בנישואי בנו החתן כמר נחום ני"ו‪.‬‬
‫די שמחת שבע ברכות איז געווען צוגעשטעלט אויף א זעלטן‬
‫פראכטפולן און עלעגאנטן פארנעם‪,‬‬
‫געווידמעט בלויז צו אן ענגע צאל ספעציעל‬
‫געלאדענטע אנשי שם‪ ,‬די בארימטע‬
‫ראשי וטובי הקהלה‪ ,‬די בריחי התיכון‬
‫ועמודי התוך‪ ,‬אינערהאלב קהל יטב לב‬
‫דסאטמאר פון וויליאמסבורג‪ ,‬בארא‬
‫פארק‪ ,‬קרית יואל און מאנסי; כולם‬
‫כאחד נקבצו ובאו‪ ,‬צו דער מסיבת שבע‬
‫ברכות הנהדרה לכבודו של האי גברא‬
‫רבא ויקירא‪ ,‬וואס איז זיך מוסר נפש פאר‬
‫אלעם וואס טראגט דעם נאמען 'סאטמאר'‬
‫בכל עת ועידן און איז דערפאר באליבט‬
‫און געשעצט ביי יעדן איינעם ברגשי אהבה‬
‫והערצה‪ ,‬וואס איז אצינד אזוי הערליך געקומען צום אויסדרוק‪.‬‬
‫די זאלן פון בית רחל זענען אויסגעצירט און דעקארירט געווארן‬
‫הערליך שיין‪ ,‬מיט'ן שענסטן ּפראכט און‬
‫עלעגאנץ וואס נאר‬
‫ַ‬
‫ס'פאסט זיך פאר אזא פארזאמלונג וואו עס קומען זיך‬
‫שייך‪ ,‬ווי ּ‬
‫צונויף די סאמע רוקן‪-‬האלטער פון דער סאטמארער אימפעריע‬
‫אין ניו יארק‪ .‬די נאבעלע זאל‪-‬דעקאראציע און אויסשטעל איז‬
‫צוגעשטעלט געווארן דורך די צוויי באגאבטע און טאלאנטפולע‬
‫יונגעלייט‪ ,‬מו"ה בעריש בר"י לויפער הי"ו און מו"ה עמרם בראך‬
‫הי"ו‪ ,‬וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן דורכאויס דעם גאנצן טאג‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪1‬‬
‫מיט'ן גאנצן הארץ אז יעדע מינדעסטע דעטאל זאל קלאפן‬
‫אויפ'ן שענסטן אופן‪ .‬דער זאל איז געווארן אויסגעשטעלט‬
‫אויגפארכאפנד שיין אין פארמאט פון א חי"ת‪ ,‬וואו ארום און‬
‫ארום איז צוגעגרייט געווארן פילע זיץ‪-‬פלעצער פאר די‬
‫פילע פארזאמלטע ראשי קהלה‪ ,‬און אין צענטער פון זאל איז‬
‫אויפגעשטעלט געווארן א מוסטערהאפטיגער בימת הכבוד פאר‬
‫די רבנים ובראשם כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ .‬אונטער דעם אויבנאן‬
‫איז אראפגעהאנגען א שיין גראפירטער טאוול צו באגריסן דעם‬
‫'שמחת שבע ברכות ומסיבת הכרת הטוב'‪.‬‬
‫עס איז געווען א פארגעניגן מיטצוהאלטן ווי יעדע וויילע‬
‫ערשיינען אין זאל נאך א גרופע ראשי קהלה פון עסקנים פון‬
‫איין געגענט; נאך א דעלעגאציע פארשטייער פון א בית המדרש‬
‫דקהלתינו; און די געטרייע עסקנים האבן שווער געארבעט יעדן‬
‫איינעם צו אנטפאנגען בכבוד הראוי און יעדן זעצן אויפ'ן פאסיגן‬
‫ארט איש איש כפי מהללו וכבודו‪ .‬עקסטער האט דער ציבור‬
‫אויפגענומען מיט'ן פאסיגן כבוד התורה די רבנים הגאונים שליט"א‬
‫דייני קהלתינו הק'‪ ,‬בני וחתני כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬וועלכע ווייסן‬
‫צו שעצן די פעולות הכבירות פונעם מחותן ר' אברהם בער הי"ו‪,‬‬
‫און זענען אצינד געקומען זיך באטייליגן ברעותא ובחדותא דכולא‪.‬‬
‫לכבוד די שמחה איז ספעציעל ארויס פון דרוק‪ ,‬און אויף יעדן‬
‫זיץ‪-‬פלאץ אין זאל איז געוורן צוגעגרייט‪ ,‬א הערליכע מתנה‪ :‬דער‬
‫פרישער באנד 'חידושי תורה מהר"יי ט"ב לחג הפורים' וואס איז‬
‫נארוואס ערשינען לאור אין א ספעציעלע אויפלאגע צום שמחת‬
‫השבע ברכות‪ ,‬און עקסטער איז פארטיילט געווארן א גאר‬
‫שיינער בראשור אונטער'ן טרעפליכן נאמען 'שבחו של אברהם'‬
‫וואס צווישן אירע קאלירפולע בלעטער איז אויפגעוויקלט געווארן‬
‫עטוואס מגדולת פרשת פעולותיו וצדקותיו הכבירים פונעם מחותן‬
‫ר' אברהם בער‪ ,‬וואו די פארזאמלטע האבן זיך באגעגענט מיט א‬
‫גאר רייכן איבערבליק‪ ,‬באגלייט מיט היסטארישע בילדער‪ ,‬איבער‬
‫די פילע גרעסערע פראיעקטן וואס ער האט געלייסטעט פאר דער‬
‫סאטמארער אימפעריע אין די פארלאפענע ‪ 12‬יאר זינט עס איז‬
‫ב"ה נתחזר געווארן די עטרה ליושנה בעז"ה‪.‬‬
‫דער ציבור האט זיך געוואשן צו דער רייכער קעניגליכער‬
‫סעודה‪ ,‬וואס איז סערווירט געווארן דורך דער באגאבטער בית‬
‫רחל קעיטערינג אין שפיץ פון מוה"ר ליפא ווייס הי"ו‪ ,‬און אזוי‬
‫דער פראכטפולער אויבנאן צוגעגרייט לכבוד די שמחה‬
‫האט מען ברודערליך פארברענגט בשבת אחים לדעה גם יחד‪,‬‬
‫קא ּפעלע‪ ,‬אין שפיץ פון מו"ה‬
‫בעת די פילהארמאנישע 'המזמרים' ַ‬
‫יחיאל פאזען הי"ו‪ ,‬האבן מהנה געווען מיט קלאסישע שירה וזמרה‪,‬‬
‫שאפנדיג א העכסט אנגענעמע מוזיקאלישע אטמאספערע אין‬
‫זאל‪ .‬פון די שיינע מאמענטן ביי דער גרויסער שמחה איז געווען ווען‬
‫דער מחותן ר' אברהם בער איז ערשינען אין זאל אינאיינעם מיט‬
‫בנו החתן הי"ו‪ ,‬ווי ער איז אנטפאנגען געווארן מיט שמחה וצהלה‪,‬‬
‫און עס האט אים גענומען א לענגערע צייט אדורכצוגיין די לאנגע‬
‫רייען און זיך ווארימהארציג באגריסן מיט יעדן פון די ראשי קהלה‬
‫באזונדער‪ ,‬מיט וועמען ער ארבעט האנט‪-‬ביי‪-‬האנט על משמרת‬
‫קדשי קהלתינו‪ ,‬מיט א קעגנזייטיגע אהבה והערצה כמים פנים אל‬
‫פנים‪.‬‬
‫ווען עס איז געמאלדן געווארן אז כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו‬
‫שליט"א ערשיינט אט אין זאל בהדרו‪ ,‬האט מען באלד ספאנטאן‬
‫אויסגעבראכן אין א פרייליכן געזאנג "קול רנה וישועה באהלי‬
‫צדיקים" וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט ביז ווילאנג כ"ק‬
‫מרן רבינו שליט"א איז אנגעקומען למקום כבודו על פני המזרח און‬
‫זיך באלד געוואשן צו דער סעודת שבע ברכות‪ .‬עס איז געווען א‬
‫הערליך און רירנד בילד‪ ,‬ווי כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬דער גרויסער‬
‫מנהיג עדת ה' מי מנה‪ ,‬זיצט בראש השלחן‪ ,‬וסביב לו מגבורי‬
‫ישראל‪ ,‬די געטרייע ראשי קהלה ועמודי התוך וואס זענען עומד‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪2‬‬
‫לימין רבינו שליט"א דורכאויס דעם גאנצן יאר בהנהגת הקהלה‬
‫והמוסדות‪ ,‬און רבינו שליט"א זיצט מיט קענטיגע הנאה און שעפט‬
‫תענוג ונחת דקדושה פון דער שמחה הרוממה‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט פארטיילט שיריים פון די חלה און די‬
‫פיש‪ ,‬און דערנאך געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש‪ ,‬און‬
‫באלד דערויף האט זיך אנגעפאנגען דער רייכער פראגראם‪.‬‬
‫איינגעלייטעט דעם מעמד האט הרה"ג ר' ישראל מענדל שווארץ‬
‫שליט"א אבד"ק לאשאנץ‪ ,‬וועלכער האט אראפגעלייגט א‬
‫מוסטערהאפטיגע דרשה‪ .‬סיי ביים אריינפירן דעם אווענט און סיי‬
‫ביים אויסרופן די רעדנער האט עס אלעמאל אויסגענומען און‬
‫באאיינדרוקט דעם ציבור ווי שיין און טרעפליך דער יו"ר האט‬
‫עס מיט פאסיגע ווערטער ארויסגעברענגט און אלץ געהאט די‬
‫ריכטיגע זאצן אויפ'ן ארט‪ ,‬ושפתיו ברור מללו‪ .‬ער האט צווישן‬
‫אנדערן לעבעדיג געשילדערט ווי ר' אברהם בער הי"ו איז‬
‫ארומגעגאנגען על ּפתחי נדיבים און זיך געבעטן נאך הילף ביי‬
‫נדיבים בעם פאר די הייליגע קהלה אין די שווערסטע צייטן‪ ,‬ווען די‬
‫עקזיסטענץ פון די קהלה איז געווען אין געפאר‪ ,‬ואחד הי' אברהם‬
‫וועלכער איז געווען דער איש גבור חיל‪ ,‬וואס מיט זיין מסירת נפש‬
‫פאר'ן עתיד פון רבינ'ס הייליגע קהלה האט ער ב"ה באוויזן גדולות‬
‫ונצורות‪.‬‬
‫הרה"ח ר' שאול ּפערלשטיין הי"ו‪ ,‬דער געטרייער סגן ראה"ק‪,‬‬
‫האט מיט הארציגע ווערטער מקרב לב באגריסט אלע משתתפים‬
‫בשם הנהלת הקהלה‪ .‬ער האט באהויפטעט אז מעשי תקפו‬
‫וגבורתו פונעם בעל שמחה‪ ,‬איז אין א בחינה פון 'הרבה יותר‬
‫ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן' און ס'איז פיל מער ממה‬
‫שהפה יוכל לספר‪ .‬א שטארקע פונקט האט דער סגן ראה"ק‬
‫ארויסגעברענגט‪ ,‬אז אין די לעצטע צוועלף יאר וואס מ'ארבעט‬
‫אינאיינעם אין די עבודת הקודש‪ ,‬איז נישט געווען אזא זאך‪ ,‬אז‬
‫מ'זאל דארפן אנווארעמען דעם בעל שמחה צו טוען אדער מנדב‬
‫זיין וואס עס פעלט זיך אויס לטובת הקהלה‪ .‬פונקט פארקערט‪,‬‬
‫ער איז אלץ דער וואס ווארעמט אן און איז מחייב אונטערצונעמען‬
‫די אלע פעולות חובקות זרועות עולם לטובת הקהלה ואלפי חברי'‬
‫ולהרחיב את גבולי הקדושה‪.‬‬
‫מיט יראת הכבוד האט מען זיך צוגעהערט צו די ּפערל'דיגע‬
‫דברי תורה וואס עס האט משמיע געווען כ"ק הגה"צ גאב"ד‬
‫דקהלתינו מאנסי שליט"א‪ ,‬וועלכער איז געקומען ספעציעל‬
‫דער מחותן דער בעל שמחה ביים ערשיינען אין זאל‬
‫מיט בנו החתן הי"ו‬
‫צו פארן ממעונו לכבוד דעם חשוב'ן מחותן‪ .‬דער רב שליט"א‬
‫האט נאכ'ן ארויסברענגען הערליכע געדאנקען איבער דאס‬
‫ענין פון זיין סיי א מעשה און סיי אן עושה‪ ,‬ארויסגעברענגט זיין‬
‫געוואל'דיגע התפעלות צו זען אזא הערליכן ציבור פון ראשי קהלה‪,‬‬
‫וואס דאס אליינס ווייזט שוין אויף דעם ברייטן פארנעם פון די‬
‫פעולותהכבירות פונעם מחותן‪.‬‬
‫שפירט‬
‫ּ‬
‫דער מאנסי'ער רב שליט"א האט געזאגט‪ ,‬אז ער‬
‫א פליכט ארויסצוברענגען דעם הכרת הטוב צום מחותן‪ ,‬וואס‬
‫מצודתו פרוסה אויך קיין מאנסי‪ ,‬שטענדיג ווען אימער מ'ברויך‬
‫אים האבן בעצה ובמעש בגוף ובממון‪ ,‬איז עס אלץ בבחינה בטרם‬
‫יקרא ואני אענה‪ ,‬און ס'איז זיכער אז דער רבוש"ע וועט אים‬
‫צוריקבאצאלן בכפליים‪.‬‬
‫א שטילקייט האט באהערשט דעם זאל ווען כ"ק מרן רבינו‬
‫שליט"א האט אנגעהויבן זאגן זיינע דברות קודש לכבוד המאורע‪.‬‬
‫דער רבי שליט"א האט מקדים געווען א הערליכן דרוש איבער‬
‫דעם ענין פון 'הקדימו שקליהם לשקליו'‪ ,‬אז דער כח הרבים וואס‬
‫איז געלעגן אין אט די שקלי הקודש‪ ,‬דאס איז וואס המן הרשע‬
‫האט נישט געקענט ביישטיין און דער כח הקדושה האט מנצח‬
‫געווען‪.‬‬
‫דער רבי שליט"א האט דערנאך א לענגערע צייט‬
‫ארומגעשמועסט מרגשי לבו כלפי דעם חשוב'ן מחותן‪ ,‬וואס‬
‫איז עומד לימינו בכל עניני הקהלה מיט אזא געטריישאפט און‬
‫נאמנות‪ ,‬בפרט האט דער רבי שליט"א ארויסגעהויבן דעם ענין פון‬
‫כבוד הנפטרים‪ ,‬וואס מ'קען זאגן אז דער מחותן האט דערמיט‬
‫אפגעראטעוועט דעם עתיד וקיום פון די קהלה‪ ,‬אז מ'זאל קענען‬
‫ּ‬
‫זיין אוועקגעשטעלט אויף פעסטע יסודות‪ ,‬וואס ס'איז אוודאי‬
‫אז 'זכות אבותם'‪ ,‬דער זכות פון די אבות פונעם גאנצן ציבור‬
‫איז מסייעתו‪ ,‬און דער זכות פון רבינו הקוה"ט זי"ע המייסד וועט‬
‫אים געוויס ביישטיין לעד ולנצח להתברך משפע עליון בכל מיני‬
‫השפעות טובות‪.‬‬
‫נאך די דברות קודש‪ ,‬איז ווידעראמאל צוגעטרעטן צום‬
‫מיקראפאן דער סגן ראה"ק‪ ,‬וועלכער האט אצינד במעמד קהל‬
‫ועדה איבערגעגעבן אז לכבוד די שמחה גיט כ"ק מרן רבינו‬
‫שליט"א א פערזענליכע מתנה יקרה צום מחותן ר' אברהם בער‪:‬‬
‫א הערליכע טייערע איינגעראמטע מתנה‪ ,‬די סגולה המקובלת פון‬
‫כ"ק גאב"ד קהלתינו מאנסי שליט"א‬
‫ביים ערשיינען אין זאל‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪3‬‬
‫מרן קוה"ק בעל ישמח משה זי"ע‪ ,‬איינגעקריצט בכתב אשורית‬
‫ובדיו על הקלף‪ ,‬ארומגענומען מיט הערליכע מאלערייען‪ ,‬וואו כ"ק‬
‫מרן רבינו שליט"א האט צוגעשריבן עטליכע ווערטער פערזענליך‬
‫בכתב ידו בלש"ק וואס ר' שאול האט פארגעלייענט‪ :‬ד' לסדר‬
‫לזכרון לפני ה' תמיד תשע"ב לפ"ק‪ ,‬לכבוד ידידי הרבני הנגיד‬
‫והמפואר רב פעלים מו"ה אברהם דוביאקאבאוויטש ני"ו‪ ,‬יהי ה'‬
‫אלוקיו עמו ובכל אשר יפנה ישכיל ויצליח‪ ,‬כו"ד המברך בלונ"ח‬
‫ חתי"ק‪ ,‬און דערנאך האט עס רבינו שליט"א איבערגעגעבן‬‫ּפערזענליך דעם בעל שמחה‪ ,‬וועלכער האט איבערגענומען די‬
‫סגולה יקרה מיט קענטיגע הרגש‪ ,‬זייענדיג שטארק איבערגענומען‬
‫פון דעם גרויסן צוגעטיילטן כבוד‪.‬‬
‫דער ראה"ק הרה"ח מוה"ר יעקב כהנא הי"ו‪ ,‬האט דערנאך‬
‫אויפגעטרעטן מיט קורצע באגריסונגס‪-‬ווערטער‪ .‬ער האט‬
‫ארומגערעדט איבער דאס געטריישאפט פונעם מחותן און‬
‫ארויסגעברענגט אז ער איז א ריכטיגער 'ריכא ובר ריכא'‪ ,‬גייענדיג‬
‫אין די וועגן פון זיין אומפארגעסליכן פאטער הרה"ח ר' יעקב נחמי'‬
‫ז"ל‪ ,‬מיט וועמען ער האט געארבעט אזויפיל יארן אינאיינעם אין די‬
‫הנהלת הקהלה‪ .‬ער האט דערציילט וואס פאר א שמחה ר' יעקב‬
‫נחמי' ז"ל האט געהאט ווען מ'האט מחזיר געווען עטרה ליושנה‪,‬‬
‫מיט ‪ 12‬יאר צוריק ווען רבינו שליט"א איז נתמנה געווארן אין די‬
‫קהלה‪ ,‬ווי ר' יעקב נחמי' ז"ל איז דאן אריין צו מרן רבינו בעל ברך‬
‫משה זצ"ל און מנדב געווען אן אסטראנאמישע סומע ממיטב‬
‫כספו‪ ,‬כדי דערמיט צו פארזיכערן דעם עתיד הקהלה‪ ,‬און ס'איז‬
‫שעפט תענוג ונחת פון זיין חשוב'ן זון ההולך בדרכיו‬
‫ּ‬
‫זיכער אז ער‬
‫לאות ולמופת‪.‬‬
‫אזוי ווי די נאכט איז כמעט צוגעפאלן האט מען זיך צוגעאיילט‬
‫מיט'ן בענטשן וואס האט נאך געדארפט זיין מבעוד יום‪ .‬מיט ברכת‬
‫המזון איז מכובד געווארן דער ראה"ק הרה"ח ר' יעקב כהנא הי"ו‪,‬‬
‫רבינו שליט"א האט געזאגט די ערשטע זעקס ברכות און מיט‬
‫ברכה אחריתא מכבד געווען גיסו כ"ק הגה"צ גאב"ד קהלתינו‬
‫מאנסי שליט"א‪.‬‬
‫באלד נאכ'ן בענטשן איז ארויפגעקומען דער בארימטער בדחן‬
‫מוה"ר ישעי' פוקס הי"ו‪ ,‬וועלכער האט צום ערשט מיט קונצליכע‬
‫גראמען ארויסגעברענגט דעם באדייט פון די גרויסע שמחה‪,‬‬
‫וואס יעדער ּ‬
‫שפירט אזוי פערזענליך‪ ,‬און איז דערנאך אריבער צו‬
‫משמח זיין בדברי בדחנות‪ ,‬לכבוד חודש אדר ולכבוד שמחת חתן‬
‫וכלה‪ .‬דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין‬
‫פון ר‪ .‬צו ל‪ :.‬דער מחותן‪ ,‬הרה"ח ר' צבי אלימלך ווערצבערגער הי"ו‪,‬‬
‫ראה"ק דקהלתינו אין מאנסי‪ ,‬הרה"ח ר' שאול פערלשטיין הי"ו סגן‬
‫ראה"ק‪ ,‬הרה"ח ר' יעקב כהנא הי"ו ראה"ק‬
‫של מצוה‪ .‬צום ערשט האט רבינו שליט"א געטאנצן מיט'ן חתן‪,‬‬
‫דערנאך הגה"צ מאנסי'ער רב שליט"א‪ ,‬און דערנאך איז עס געווען‬
‫א הערליך מחול לצדיקים ווען עס זענען אריינגעקומען אין רקידה‬
‫אויך הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א‪ ,‬דער מחותן ר' אברהם בער‬
‫הי"ו ואחיו ר' דוד לייבוש הי"ו‪ ,‬ווי אויך די ראשי קהלה‪ ,‬בעת ווען‬
‫דער ציבור האלט מיט פון אונטן ברינה וצהלה‪.‬‬
‫*‬
‫נאך לאנגע גייסטרייכע שעות פון תענוג וקורת רוח‪ ,‬האט זיך‬
‫דער געקליבענער ציבור ראשי וטובי הקהלה מכל אתר ואתר זיך‬
‫צעשפרייט‪ ,‬אנגעשעפט מיט חיזוק און התחזקות‪ ,‬אנצוגיין ווייטער‬
‫מיט זייער עבודת הקודש איש איש על משמרתו בקודש זה בכה‬
‫וזה בכה‪ ,‬אונטער דעם אומפארגעסליכן איינדרוק פון די פרעכטיגע‬
‫און נאבעלע מאורע‪ ,‬וואס האט נישט קיין ּפרעצעדענט פון סיי ווען‬
‫פריער‪ .‬צום שלוס מוז ארויסגעברענגט ווערן א הארציגן דאנק פאר‬
‫אלע וואס האבן געהאט א טייל אינעם דערפאלגרייכן סוקסעס‪,‬‬
‫כאו"א בשמו הטוב יבורך‪ ,‬וועלכע האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות‬
‫קלאפן‬
‫ּ‬
‫פאר דער הצלחה פון דעם מעמד מפואר‪ ,‬אז אלעס זאל‬
‫לשם ולתפארת‪ .‬זכרה להם אלוקי לטובה ולברכה‪.‬‬
‫והריקותי לכם ברכה עד בלי די!‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪4‬‬
‫לך כנוס את כל היהודים‪:‬‬
‫מאסן אנ"ש האבן געשטראמט צו‬
‫אויסערארדנטליכע מסיבה 'מלחמה לה'‬
‫בעמלק' נעכטן דינסטאג ליל תענית אסתר‬
‫על פי פקודת כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬ארויסצוהעלפן די‬
‫גרויסע קאסטן פון דער מערכה קעגן די ביטערע גזירה‬
‫פון 'גיוס בני הישיבות בארה"ק‬
‫אין א זעלטענעם אויסערארדנטליכן שריט באופן יוצא מן‬
‫הכלל האבן הרבנים הגאונים הצדיקים בני וחתני כ"ק מרן רבינו‬
‫שליט"א‪ ,‬על פי פקודת הקודש‪ ,‬פאררופן א גרויסארטיגע מסיבה‬
‫של מצוה‪ ,‬נעכטיגן דינסטאג ליל תענית אסתר אויף דער נאכט‪,‬‬
‫להתייצב לעזרת ה' בגבורים‪ ,‬ארויסצוהעלפן אין דער מאסיווער‬
‫מערכה וואס ווערט אונטערגענומען אין ארצינו הקדושה‬
‫אפצוקעמפן די ביטערע גזירת שמד פון 'גיוס בני הישיבות' וואס‬
‫לויערט אויפ'ן חרדישן אידנטום בארה"ק‪ ,‬און די סכנה פאר'ן עתיד‬
‫הדורות איז נורא ואיום‪ ,‬חלילה וחלילה נישט אריינצופאלן אין‬
‫דעם שרעקליכן געפאר‪,‬אויף וואס פריער'דיגע גדולים האבן שוין‬
‫געשריבן אז צו דינען אין זייער מיליטער איז 'ביהרג ואל יעבור'‪.‬‬
‫צוליב דעם אויסטערלישן חובת השעה וואס ברענט אצינד צו‬
‫מרעיש עולמות זיין קעגן די גזירה האיומה; א מערכה וואס ציעט‬
‫אריין אין גרויסע געלטער‪ ,‬האט כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬דער שר‬
‫צבא ה' ההולך לפני מחנה ישראל‪ ,‬באאויפטראגט זיינע חשובע‬
‫קינדער שליט"א זיך צו שטעלן בשער המחנה און זיין די מתחילים‬
‫בדבר צו פאררופן א מסיבה של מצוה‪ ,‬און דערביי צוזאמצושטעלן‬
‫די ערשטע באדייטנדע סכומים וואס פאדערט זיך שוין תיכף ומיד‬
‫צו קענען אנגיין מיט דער מערכת הקודש‪.‬‬
‫די מסיבה איז פארגעקומען אין דעם ספעציעל אויפגעשטעלטן‬
‫שאטער על יד ביתו נאוהפון כ"ק מרן רבינו שליט"א אויף ‪550‬‬
‫בעדפארד עוועניו‪ ,‬ווי עס האט זיך באטייליגט א מאסן שטראם‬
‫פון אלפי אנשי שלומינו‪ ,‬וועלכע זענען געקומען בהמוניהם לאור‬
‫קריאת הקודש פון מרן רבינו שליט"א ולאור חובת השעה‬
‫אנצוהאלטן דעם מלחמה לה' בעמלק מדור דור‪.‬‬
‫כולנו לעזרת ה' בגבורים ‪ -‬ובשם ה' נעשה ונצליח!‬
‫בארא פארק‬
‫הגאון רבי חיים אורי פריינד שליט"א‬
‫חבר הביד"צ העדה החרדית טרעט אויף‬
‫מיט דברי הכנה לימי הפורים ביי שלש‬
‫סעודות אין ביהמ"ד הגדול‬
‫פארגאנגענעם שבת האבן אנשי שלומינו תלמידי וחסידי‬
‫סאטמאר אין בארא פארק‪ ,‬זוכה געווען צו א גרויסן גאסט הגאון‬
‫הגדול המפורסם רבי חיים אורי פריינד שליט"א‪ ,‬חבר הביד"צ‬
‫העדה החרדית בעיר הקודש ירושלים‪ ,‬און לאנגיעריגער ראש‬
‫ישיבה פון ישיבת רמ"א‪.‬‬
‫שבת קודש נאכמיטאג האט דער דומ"ץ הקהלה וחבר הביד"צ‬
‫הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א‪ ,‬פארגעלערנט אין היכל ביהמ"ד‬
‫הגדול א שיעור כללי בהלכות פורים‪ ,‬וואו עס האבן זיך באטייליגט‬
‫א גרויסער ציבור אנשי שלומינו און אידן פון איבער די שטאט‪ ,‬צו‬
‫הערן די דבר ה' זו הלכה‪ ,‬לדעת את המעשה אשר יעשון‪ ,‬באגלייט‬
‫מיט דברי התעוררות פאר דעם הייליגן טאג‪ .‬אינמיטן דעם שיעור‬
‫איז ערשינען דער גרויסער גאסט‪ ,‬וועלכער האט זיך צוגעהערט‬
‫צום שיעור פון דיין שליט"א ביז'ן באשטימטן זמן פון תפלת מנחה‪,‬‬
‫וואס דער גאנצער ציבור האט געדאווענט אינאיינעם מיט'ן גרויסן‬
‫גאסט‪.‬‬
‫אויב ווערט יעדע וואך דער זמן רעוא דרעוין אפגעראכטן אויף‬
‫א גאר געהויבענעם פארנעם אין בית מדרשינו הגדול‪ ,‬איז עס דעם‬
‫פארגאנגענעם שבת זכור געווען מיט א ספעציעלער התרוממות‬
‫הנפש‪ .‬מיט ה' מלך און קבלת עול מלכות שמים‪ ,‬האט דער‬
‫דיין שליט"א מכבד געווען דעם אורח הדגול‪ ,‬וועלכער האט דאס‬
‫צוריקגעגעבן פארן דיין שליט"א‪ ,‬די דברי תורה פון שלש סעודות‬
‫האט מען געהאט די זכי' צו הערן פון דעם זקן ויושב בישיבה‪,‬‬
‫הגאון הגדול חבר הביד"צ ירושלים שליט"א וואס האט מיט‬
‫ווארימע דברי התעוררות ארומגערעדט איבער דעם ענין פון מחיית‬
‫עמלק‪ ,‬און דברי הכנה צו דעם גרויסן טאג פורים הממשמש ובא‪.‬‬
‫נאך תפלת מעריב איז דער ציבור אריבער וואונטשען א גוטע וואך‬
‫פארן גרויסן גאסט‪ ,‬ואף הוא ענה כנגד המברכים‪ ,‬מיט דעם האט‬
‫זיך געשלאסן דער געהויבענער שבת זכור אין קהלתינו הקדושה‬
‫אין בארא פארק‪ ,‬וואס האט אריינגעבלאזן א חיות דקדושה אין‬
‫דעם גאנצן ציבור‪.‬‬
‫ירושלים‬
‫יערליכער מגבית לטובת קופת חתנים‬
‫וגמ"ח קדושת יום טוב פון ישיבת יטב לב‪,‬‬
‫געלאזט אין גאנג לכבוד ימי הפורים‬
‫אזוי ווי יאר יערליך קומט פאר אין די טעג פון פורים דער‬
‫גרויסער מגבית פאר'ן קופת חתנים וגמ"ח קדושת יו"ט שע''י‬
‫ישיבת יטב לב דרבינו יואל מסאטמאר בעיה"ק ירושלים ת''ו‪,‬‬
‫וואס איז אויפגעשטעלט געווארן בשנת תשט''ו דורכ'ן גרויסן ראש‬
‫ישיבה‪ ,‬מרן הגה''ק גאב''ד ירושלים הרמ''א פריינד זיע''א ווען ער‬
‫האט געזען די שווערע מי וואס די ירושלימ'ער חתנים פלאגן זיך‬
‫אזוי ביטער כדי צו קענען גיין אונטער די חופה‪ .‬דער יסוד הקופה‬
‫איז אז די עלטערן פון די בחורים באקומען גרויסע הלוואות פון‬
‫איבער צען טויזנט דאלער און מ'קען דאס באצאלן אויף קליינע‬
‫ּפעימענטס פון ‪ 120‬דאלער א חודש‪ .‬די לעצטע יאר איז אויך‬
‫אויפגעשטעלט געווארן א קרן הלבשה פאר די חתנים וואס זיי‬
‫באקומען קליידונג לרגל יום שמחת לבם‪.‬‬
‫איינס פון די עיקר יסודות הקופה איז‪ ,‬אז די בחורים זאלן גיין‬
‫נאך געלט לכה''פ איינמאל א חודש אין די בתי מדרשים‪ .‬ווען‬
‫ס'קומט דער גרויסער יום טוב פורים גייען די בחורים ארום אין‬
‫בתי אנ''ש און בתי נגידים מיט א ספעציעלן מלבוש‪ ,‬און מ'קלויבט‬
‫צוזאם גרויסע סכומים פאר דער קופה פון נדיבים בעם וועלכע‬
‫שפירן פאר א זכי' צו נעמען אנטייל אין אזא דבר גדול וקדוש‪.‬‬
‫מ'קען אנרופן צו געבן נדבות פארן קופה אויף ‪972-5731-022-61‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪5‬‬
‫אנטווערפען‬
‫צענדליגער חברי הקהלה שיחיו‬
‫צאלן אויס מעמבערשיפ אינעם‬
‫גרויסארטיגן מעמבערשיפ קאמפיין‬
‫די הנהלת קהל יטב לב דסאטמאר אין אנטווערפען איז‬
‫אין די איצטיגע טעג שטארק נתחזק געווארן‪ ,‬נאך וואס די פילע‬
‫חברי הקהלה האבן זיך צוגעשטעלט מיט אןאויסערגעווענליכן‬
‫געטריישאפט אויסצוצאלן די יערליכע דמי חבר הקהלה‪ ,‬וואס איז‬
‫אין פאקט די איינציגסטע רוקן ביין פון דער קהלה צו קענען‬
‫עקזיסטירן‪ ,‬און דאס איז יעדן קלאר אז אין קיום פון די קהלה איז‬
‫תלוי דער קיום פון יעדן איינציגסטן מאנשי שלומינו בדרך ישראל‬
‫סבא‪.‬‬
‫איבערהויפט אנערקענט דער ציבור די געטרייע טעטיגקייטן‬
‫פונעם 'וועד הפועל' געטרייע עסקנים חשובים ונמרצים הנקובים‬
‫בשמותם‪ :‬מו"ה בנציון שניצער הי"ו‪ ,‬מו"ה בערל שטובער הי"ו‪ ,‬מו"ה‬
‫שלמה שבתי פריעדמאן הי"ו‪ ,‬און מו"ה חיים יוסף שטויבער הי"ו‪,‬‬
‫וואס רבינו שליט"א האט ממנה געווען מיט ‪ 2‬יאר צוריק בשנת‬
‫תש"ע‪ ,‬כדי להוסיף ולאומץ חיל למען פריחת ושגשג הקהלה‪ ,‬די‬
‫פאזיטיווע רעזולטאטן זעען זיך ב"ה אן אויף טריט און שריט‪,‬‬
‫ווי צום ביישפיל דאס צושטעלן דעם נייעם הערליכן חדר מיוחד‬
‫ללימוד התורה‪ ,‬פון וואס דער ציבור געניסט אויסערגעווענליך‪.‬‬
‫עקסטער איז דער קרן התורה בתוככי הקהלה נתרומם געווארן‬
‫מיט'ן איבערפרישונג פון התאחדות אברכים‪ ,‬און די געטרייע עסקני‬
‫התאחדות אברכים מו"ה אהרן הערש וויינבערגער הי"ו‪ ,‬מו"ה יואל‬
‫בערקאוויטש הי"ו און מו"ה משה ציק הי"ו‪ ,‬וועלכע שטעלן צו‬
‫שיעורי תורה בכל עת מצוא; שיעורי הלכה ואגדה; שיעורי הלכות‬
‫טהרה; שיעורים בספרי רבינו זי"ע; שיעורי חק לישראל‪ ,‬און אזוי‬
‫ווייטער‪ ,‬ערב בוקר וצהרים שפרודלען ב"ה די כותלי בית מדרשינו‬
‫מיט לימוד התורה ועבודת התפלה באופן מאוד נעלה‪.‬‬
‫די הנהלת הקהלה ברענגט שטארק ארויס דעם פאקט‪ ,‬אז‬
‫מ'רעדט פון א קליינע קהילה מיט מינימאלע איינקונפטן‪ ,‬וואס‬
‫דעריבער איז מען אנגעוויזן אין יעדן איינציגסטן חבר הקהלה צו‬
‫קענען עקזיסטירן‪ .‬צו דעם קאמפיין איז צוגעשטעלט געווארן‬
‫רייכע בענעפיטן און גורלות‪ ,‬און ב"ה אז דער ציבור רופט זיך אפ‬
‫ווארעם‪ .‬עקסטער זעט זיך אן א שוואונג ביי די פרישע אברכים‬
‫פון די לעצטערע יארן זיך איינצוגלידערן אינעם כח הרבים פון דער‬
‫קהלה‪ ,‬שנתייסדה ע"י כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע בנשיאות כ"ק‬
‫מרן רבינו עט"ר שליט"א‪.‬‬
‫■■■‬
‫מאנטריאל‬
‫נייע פראכטפולער ארון קודש‬
‫אינסטאלירט אין חדר שמואל בנימין‬
‫אין די ראמען פון די גרויסארטיגע אונטערנעמונגען לפאר‬
‫ולרומם את בית ה' אין ביהמ"ד הגדול אין מאנטרעאל איז די‬
‫פארגאנגענע וואך אינסטאלירט געווארן א הערליכער און‬
‫פראכטפולער ארון קודש כראוי וכיאות לכבודה של תורה אינעם‬
‫חדר שמואל בנימין‪ ,‬וואס ווערט באנוצט מבוקר ועד הערב לתורה‬
‫ולתפלה‪ .‬דער נייער ארון קודש איז נתנדב געווארן לעילוי נשמת‬
‫דעם אומפארגעסליכן הרה"ח ר' שמואל בנימין סופר ז"ל‪ ,‬וועלכער‬
‫איז געווען פון די חשוב'סטע חברי הקהלה אין מאנטרעאל‪ ,‬וואס‬
‫לשמו ולזכרו איז נתנדב געווארן דער שטיבל לתורה ולתפלה ע"י‬
‫משפחתו היקרה‪.‬‬
‫אינאיינעם מיט'ן ארון קודש איז אויך אינסטאלירט געווארן‬
‫א נייער עמוד לש"ץ‪ ,‬און א בימה‪ ,‬אלעס אויסגעשניצט פון רייכן‬
‫האלץ‪ ,‬וואס געבן פיל צו צום פראכט און חן פון דעם הערליכן‬
‫מקום תורה ותפלה להנאת אנשי שלומינו באי בית ה'‪ ,‬און ס'איז‬
‫זיכער אז בגן עדן גינתא ברענגט עס א שטארקע עלי' לנשמתו פון‬
‫הרה"ח ר' שמואל בנימין ז"ל‪ ,‬תהא נפשו צרורה בצרור החיים‪.‬‬
‫■■■‬
‫מאנטשעסטער‬
‫קהל יטב לב מאנטשעסטער‬
‫שפרודלט מיט הערליכע שיעורים‬
‫ּ‬
‫אלס הכנה לימי הפורים‬
‫אנשי שלומינו תושבי מאנטשעסטער גרייטן זיך מיט א‬
‫דערהויבנקייט צום יום טוב פורים‪ ,‬מיט דער ריכטיגער הכנה דרבה‬
‫מיט'ן מיטהאלטן די הערליכע שיעורים בהלכות ועניני פורים‬
‫וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די עסקני הקהלה אין ביהמ"ד‬
‫דקהל יטב לב‪.‬‬
‫פארגאנגענעם‬
‫דעם‬
‫איז‬
‫קודש‬
‫שבת‬
‫פארגעקומען א שיינער‬
‫שיעור בעניני דיומא ביום‬
‫השבת קודש פון הרה"ג‬
‫ר' מרדכי יודא פריעדמאן‬
‫שליט"א‪ ,‬מיט שיינע דרושים‬
‫פון די ספרי הראשונים‬
‫די‬
‫איבער‬
‫והאחרונים‬
‫קדושת ימי הפורים‪ ,‬וואו א‬
‫ריזיגער ציבור האט זיך משתתף געווען און דערקוויקט; מוצש"ק‬
‫איז פארגעקומען א הערליכער שיעור דורכ'ן דומ"ץ הקהלה הגאון‬
‫רבי מרדכי מעהלער שליט"א‪ ,‬בעניני פורים בהלכה ובאגדה‪,‬‬
‫אויך בהשתתפות קהל רב; און דורכאויס די היינטיגע וואך איז‬
‫יעדן אויפדערנאכט פארגעקומען א שיינער פארבנרייכער שיעור‬
‫אין מגילת אסתר מיט די מפרשים דורך הרב משה יצחק כהנא‬
‫שליט"א‪ ,‬וועלכער האט אראפגעגעבן די פסוקי המגילה בטוב טעם‬
‫ודעת‪.‬‬
‫אנשי שלומינו דרוקן אויס א דאנק צו די געטרייע עסקנים‬
‫וועלכע שטעלן אהער אזעלכע כוחות להגדיל תורה ולהאדירה‪ ,‬און‬
‫וואונטשן זיי מקרב הלב‪ :‬חילכם לאורייתא‪.‬‬
‫■■■‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪6‬‬
‫מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | פרשת כי תשא‬
‫גדולה און פארהערט עטליכע כתות אויף זייערע לימודים כמנהגו מדי‬
‫שבוע בשבוע‪.‬‬
‫מאנטאג פ‘ תצוה‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול‪ .‬לפני‬
‫התפלה איז פארגעקומען די הנחת תפילין פאר'ן חתן הבר מצוה בן‬
‫הרה"ג ר' אליעזר הערש לאנדא שליט"א‪ ,‬ר"מ בישיבה גדולה‪ ,‬זון פאר'ן‬
‫חתן הבר מצוה בן העסקן מו"ה אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו‪.‬‬
‫■‬
‫נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה ביי בן הנולד‬
‫למזל טוב אצל הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו‪ ,‬משמש דקהלתינו‬
‫הק'‪ .‬רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און דערנאך‬
‫באשיינט בראש השמחה ביי דער סעודת ברית מילה‪ ,‬וואו רבינו שליט"א‬
‫האט ווארים געוואונטשן דעם געטרייען משמש ער זאל קענען ווייטער‬
‫ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש לתפארת הקהלה‪.‬‬
‫■‬
‫אין די נאכמיטאג שטונדן איז הרה"ג אב"ד לימנוב שליט"א‬
‫אריבערגעקומען לאדענען דעם רבי'ן שליט"א צו די חתונה פון בתו‬
‫הכלה שתחי'‪ .‬עס איז פארפירט געווארן גאר א שיינער שמועס בדברי‬
‫תורה וסיפורי צדיקים‪ ,‬בפרט האט מען ארומגערעדט פון די גרויסע‬
‫זיידעס פון וועמען חתן כלה ציען זייער שיינעם יחוס‪.‬‬
‫נאכמיטאג האט באזוכט ביי רבינו שליט"א כ"ק אדמו"ר מזידיטשויב‬
‫בערגסאז שליט"א‪ ,‬וועלכער איז געקומען לאדענען דעם רבי'ן שליט"א‬
‫לרגל נישואי בתו הכלה שתחי' למזל טוב‪ .‬עס האט זיך אנטוויקלט א‬
‫שיינער שמועס‪ ,‬און רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן דעם חשוב'ן‬
‫גאסט מברכותיו הטהורות‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א געווען מסדר קידושין ביי דער‬
‫שמחת נישואין פון החתן בן מוה"ר חיים אליעזר רובין הי"ו און מוה"ר‬
‫חיים ארי' ראזענבערג הי"ו‪ ,‬באולם אימפעריעל‪ ,‬און פון החתן אברהם בן‬
‫הרה"ג ר' בנציון אלימלך פאלאטשעק שליט"א ר"מ בישיבה קטנה‪ ,‬עב"ג‬
‫בת מו"ה שאול רובין הי"ו‪ ,‬באולם ויואל משה‪.‬‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א איז אריבער באשיינען די שמחת בר מצוה פון בן‬
‫הרה"ג ר' יואל יעקב מייזליש שליט"א‪ ,‬ר"מ בישיבת שאפראן‪ ,‬בן הגה"צ‬
‫אבד"ק שאפראן שליט"א‪ ,‬וחתן הרה"ג ר' שמואל שלמה שפיץ שליט"א‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער באשיינען ביי א הערליכע‬
‫עלעגאנטע מסיבה לטובת מוסדות יטב לב בירושלים‪ ,‬וואס איז‬
‫פארגעקומען בבית הרה"ח ר' משה יוסף הירש הי"ו חבר הנהלת‬
‫המוסדות‪ ,‬וואס ער האט פאררופן אינאיינעם מיט זיין שותף לדבר‬
‫מצוה הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד הי"ו‪ ,‬וואו עס האבן זיך באטייליגט‬
‫א געקליבענער צאל נגידים ונדיבים‪ ,‬וועלכע האבן זיך גאר שיין‬
‫בייגעשטייערט לטובת המוסדות‪ .‬רבינו שליט"א איז געזעסן דארט א‬
‫שטיק צייט בראש המסובים‪ ,‬און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן אלע‬
‫מסובים ובפרט דעם חשוב'ן בעל אכסני' להתברך בכל מילי דמיטב‬
‫מעתה ועד עולם‪.‬‬
‫■‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער שמחת‬
‫שבע ברכות פון החתן אהרן לייב ני"ו בן מוה"ר יצחק שמעון ווידער הי"ו‪,‬‬
‫זון פון הרה"ח ר' מרדכי דוד וויעדער הי"ו‪ ,‬משב"ק אצל כ"ק מרן רבינו‬
‫הגה"ק בעל ברך משה זצ"ל ולהבחל"ח אצל כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‪.‬‬
‫די שבע ברכות איז פארגעקומען אין זאל פון די מארקיז‪ .‬רבינו שליט"א‬
‫האט געזאגט אלע שבע ברכות און דערנאך געטאנצט מיט'ן חתן און די‬
‫מחותנים‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א זיך געגאנגען משתתף זיין ביי דער‬
‫שמחת שבע ברכות פון בן הרה"ח ר' משה יונה וויינבערגער הי"ו‪ ,‬צוליב‬
‫וואס דער רבי שליט"א האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביי דער‬
‫חתונה צו זיין מסדר קידושין‪ ,‬ווייל דער רבי שליט"א האט זיך דאן‬
‫געפינען אין לאס אנדזשעלעס אויף א בליץ‪-‬באזוך לטובת המוסדות‪.‬‬
‫■‬
‫■‬
‫דינסטאג פ' תצוה‬
‫דינסטאג האט רבינו שליט"א געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביי דער הלוית המת פון הרה"ח‬
‫המפו' ר' ּפנחס וויינבערגער ז"ל‪ ,‬לאנגיאריגער מנהל פון כולל שומרי‬
‫החומות‪ .‬רבינו שליט"א‪ ,‬חבר נשיאות כולל שומרי החומות‪ ,‬האט‬
‫מספיד געווען דעם חשוב'ן נפטר בקול בוכים און ארויסגעברענגט די‬
‫גרויסע אבידה פון אזא געהויבענעם חסידישן איד‪ ,‬וואס האט מיט זיך‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪7‬‬
‫פארגעשטעלט א דמות דיוקן פונעם אמאליגן דור‪ ,‬און זיך אוועקגעגעבן‬
‫בכל לבו ונפשו פאר די הייליגע צדקת רבי מאיר בעל הנס‪ .‬רבינו‬
‫שליט"א האט דערנאך באגלייט דעם ארון וואס איז געקומען לקבורה‬
‫אין דעם שטח החדש שע"י בית החיים דקהלתינו הק' אין קרית יואל‪.‬‬
‫■‬
‫מיטוואך פ' תצוה‬
‫רבינו שליט"א איז אריבערגעפארן קיין בארא פארק מנחם אבל זיין‬
‫ביי הרה"ח מוה"ר יעקב גוטמאן הי"ו ובניו החשובים על פטירת אשתו\‬
‫אמם היקרה ע"ה בעיר בארא פארק‪.‬‬
‫דאנערשטאג תרומה‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין בית המדרש‬
‫הגדול‪ .‬קודם התפלה איז פארגעקומען א הנחת תפילין צום חתן הבר‬
‫מצוה בן מו"ה יחזקאל שטערן הי"ו‪.‬‬
‫רבינו שליט"א זיך באטייליגט ביי דער לוי' פון הרה"ח המפו' מוה"ר‬
‫אלטר שמחה ז"ל‪ ,‬מנכבדי זקני קהלתינו הק'‪ ,‬וואס איז פארגעקומען‬
‫פארנט פון ביהמ"ד הגדול‪ .‬רבינו שליט"א האט מספיד געווען בקול‬
‫בוכים און דערנאך באגלייט דעם ארון וואס איז געקומען לקבורה ביים‬
‫שטח החדש פון בית החיים דקהלתינו הק' אין קרית יואל‬
‫אין די נאכמיטאג שטונדן זענען אריבערגעקומען אל ביתו נאוה‬
‫פון רבינו שליט"א א כיתה תלמידים פון ישיבת מיר אין פלעטבוש‪ ,‬אין‬
‫באגלייטונג פון זייער ראש ישיבה און מגידי שיעור‪ .‬רבינו שליט"א האט‬
‫זיי אויפגענומען מיט גרויס ווארעמקייט‪ ,‬משמיע געווען דברי התעוררות‬
‫זיך מחזק צו זיין ביים סוף זמן מיט אן התחדשות לתורה ועבודה‪,‬‬
‫און דערנאך פערזענליך אנגעוואונטשן יעדן תלמיד באזונדער צו קענען‬
‫שטייגן במעלות התורה והיראה‪.‬‬
‫עס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' חיים אורי פריינד‬
‫שליט"א‪ ,‬חבר הבד"ץ עדה החרדית בירושלים עיה"ק‪ ,‬א ידיד נאמן‬
‫פון כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬נאך פון די יארן וואס רבינו שליט"א האט‬
‫משמש געווען כאב"ד נאמן פון קהל יטב לב בירושלים עיה"ק‪ .‬עס‬
‫איז פארפירט געווארן גאר א לעבהאפטיגער תורה'דיגער שמועס און‬
‫שיינע ענינים‪ ,‬בפרט האט מען זיך באצויגן צו די היסטאריע פון תלמידי‬
‫בעל שם אין ארה"ק‪ ,‬צדיקים וקדושי ארץ וועלכע זענען ארויסגעפארן‬
‫קיין ארץ ישראל‪ .‬עקסטער האט מען ארומגערעדט פון די ביטערע‬
‫גזירות רדיפות הדת וואס גייען אן אומאויפהערליך בארצינו הקדושה‪,‬‬
‫און וויאזוי דער יהדות החרדית אין ניו יארק קען בייהילפיג זיין צו דער‬
‫מערכת הקודש‪.‬‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק‬
‫צו א סידור קידושין ביי די חתונה פון החתן יואל בן הרה"ח ר' זעליג‬
‫מאיער הי"ו און הרה"ח ר' מנחם ליכטענשטיין הי"ו מנאמני בית כ"ק מרן‬
‫רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצ"ל‪ ,‬וואס איז פארגעקומען אין זאל פון‬
‫עטרת רבקה‪.‬‬
‫רבינו שליט"א איז אריבערגעפארן קיין מאנסי צו א סידור קידושין‬
‫ביי החתן עמרם בן מוה"ר לייבוש בלוי הי"ו‪ ,‬עב"ג הכלה בת מוה"ר‬
‫שלמה צלא הי"ו‪ ,‬אין די זאלן פון עטרת חי' שרה אין מאנסי‪.‬‬
‫■‬
‫■‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א איז דערנאך אריבער אל בית הרה"ח הנגיד מו"ה אהרן‬
‫גבריאל הויער הי"ו‪ ,‬מטובי קהלתינו הק'‪ ,‬וועלכער האט געפראוועט ביי‬
‫זיך אין שטוב די שמחת שבע ברכות פון בנו החתן הי"ו עב"ג הכלה בת‬
‫הרה"ח הנגיד מוה"ר שמשון מארמארשטיין הי"ו‪ ,‬חבר הנהלת המוסדות‪.‬‬
‫דער רבי שליט"א האט געזאגט אלע שבע ברכות און דערנאך געטאנצט‬
‫מיט'ן חתן און די מחותנים‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך משתתף זיין בבגדי שבת‬
‫ביי דער שמחת נישואין פון החתן הרב אהרן הרה"ג ר' שמעון ישראל‬
‫מייזליש בן מחותנו הגה"צ אב"ד שאפראן שליט"א‪ ,‬עב"ג הכלה בת כ"ק‬
‫אדמו"ר זידיטשויב בערגסאז שליט"א‪ ,‬וואס איז פארגעקומען אין זאל‬
‫פון ויואל משה‪ .‬רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים‪ ,‬געוואונטשן דעם‬
‫חתן‪ ,‬די געהויבענע מחותנים און זיידעס און דערנאך געטאנצט מיט'ן‬
‫חתן און די מחותנים‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער געפארן קיין מאנסי זיך צו‬
‫באטייליגן בבגדי שבת ביי דער חתונה פון החתן בן הרב בנש"ק מוה"ר‬
‫גדלי' טייטלבוים שליט"א‪ ,‬עב"ג בת הרה"ג המפו' מוה"ר יעקב יודא‬
‫ברוין שליט"א‪ ,‬דומ"ץ דביהמ"ד תהלות יואל שע"י קהל יטב לב קרית‬
‫יואל‪.‬‬
‫■‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך בבית כ"ק אדמו"ר‬
‫מוויזניץ מאנסי שליט"א‪ ,‬דער וויזניצער רבי איז געזיצן מלובש בבגדי‬
‫שבת שטייענדיג אינמיטן ש"ב פון א אייניקל וואס האט אויפגענומען‬
‫דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס ידידות‪ ,‬און פאר א לענגערע צייט האט‬
‫זיך פארצויגן א הערליכער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים פון‬
‫די גרויסע זיידעס פון ביידע רבי'שע גזע'ס‪ .‬מ'האט גערעדט פון די‬
‫צדיקי בית קאסוב‪ ,‬נאסאד‪ ,‬הוניאד‪ ,‬סיגוט‪ ,‬ובפרט פון מרן רבינו הקוה"ט‬
‫מסאטמאר זי"ע‪ .‬ער האט זיך אויך מזכיר געווען ביי רבינו שליט"א פאר‬
‫א רפואה דערנאך האט דער וויזניצער רבי שליט"א מכבד געווען דעם‬
‫רבי'ן שליט"א מיט פירות ויין‪ ,‬און דערנאך געהייסן ארויסבאגלייטן דעם‬
‫רבי'ן שליט"א ברגשי כבוד והערצה‪.‬‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א איז אריבערגעפארן קיין קרית יואל אויף א ניחום‬
‫אבלים בבית משפחת הרה"ח ר' פנחס וויינבערגער ז"ל‪ ,‬מנהל כולל‬
‫שומרי החומות‪ ,‬וואו רבינו שליט"א האט מנחם געווען בניו מוה"ר משה‬
‫מרדכי און מוה"ר הלל הי"ו‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן לבית הרה"ח ר' מענדל‬
‫שווימער הי"ו‪ ,‬ראה"ק‪ ,‬וואו מ'האט געדאווענט תפלת מעריב‪.‬‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א איז אריבער לבית הרה"ח מו"ה שמואל זאנוויל‬
‫פאלאטשעק הי"ו וועלכער איז געזעסן שבעה אינאיינעם מיט זיינע‬
‫חשוב'ע קינדער על פטירת אשתו‪/‬אמם ע"ה‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪8‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א צוריקגעפארן קיין מאנסי‪ ,‬ביי דער‬
‫חתונה פון החתן עמרם בלוי הי"ו‪ ,‬וואו רבינו שליט"א האט געטאנצט‬
‫מצוה טאנץ לפני הכלה‪.‬‬
‫■‬
‫פרייטאג תצוה‬
‫רבינו שליט"א איז געווען מסדר קידושין ביי דער שמחת נישואין‬
‫פון החתן יעקב יצחק בן הרה"ח ר' זלמן לייב שווארץ הי"ו און הרה"ח ר'‬
‫אהרן הערש כ"ץ הי"ו‪ ,‬נכד הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זצ"ל‪,‬‬
‫אין זאל פון ויואל משה אין וויליאמסבורג‪ .‬רבינו שליט"א איז שפעטער‬
‫צוריקגעקומען זיך משתתף זיין בשמחת חתן וכלה‪.‬‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ביהמ"ד הגדול‪.‬‬
‫פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען הנחת תפילין פון בן הרה"ח ר' אברהם‬
‫טייטלבוים שליט"א‪ ,‬חתן גאב"ד ירושלים שליט"א‪.‬‬
‫■‬
‫מוצש"ק תצוה‬
‫רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביים סיום מס' יבמות במסגרת‬
‫'ישראל ואורייתא' ביים שיעור וואס ווערט פארגעלערנט פון הרה"ח‬
‫ר' אהרן הערש פריינד הי"ו‪ ,‬יו"ר ועד הפועל דמוסדותינו הק'‪ .‬רבינו‬
‫שליט"א האט געטרונקען לחיים און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן‬
‫דעם חשוב'ן מגיד שיעור און די משתתפי השיעור‪ ,‬שכה יתן ה' וכה‬
‫יוסיף מ'זאל זוכה זיין להתחיל ולסיים מסכתות אחרות מתוך נחת‬
‫ושמחה אמן‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער שבע‬
‫ברכות בבית לימנוב ‪ -‬מאשלוי וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד‬
‫לימנוב‪ .‬רבינו שליט"א האט געטאנצט מיטן חתן און די געהויבענע‬
‫מחותנים‪.‬‬
‫■‬
‫זונטאג כי תשא‬
‫בעפאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די הנחת תפילין ביי חתן הבר‬
‫מצוה בן הרה"ח ר' שמואל זאנוויל כהנא הי"ו‪ ,‬און ביי חתן הבר מצוה בן‬
‫הרה"ח ר' אברהם אלי' פירטה הי"ו‪.‬‬
‫■‬
‫אינמיטן טאג איז רבינו שליט"א אריבער אויף א ניחום אבלים בבית‬
‫משפחת המנוח הרה"ח המפו' מוה"ר נח אבראהאם ז"ל‪ ,‬מחשובי זקני‬
‫קהלתינו הק'‪ ,‬וואו רבינו שליט"א האט מנחם געווען זיינע חשוב'ע‬
‫קינדער‪.‬‬
‫אויך איז רבינו שליט"א אריבער מנחם אבל זיין משפחת המנוח‬
‫הרה"ח ר' אלטר שמחה ז"ל‪ ,‬וואו רבינו שליט"א האט מנחם געווען זיין‬
‫חשוב'ן זון‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער‬
‫פראכטפולער און עלעגאנטער שמחת שבע ברכות פון בן הרה"ח‬
‫הנגיד המפו' מוה"ר אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו‪ ,‬יו"ר ועד הפועל‬
‫דקהלתינו הק'‪ ,‬וואס איז צוגעשטעלט געווארן ע"י הנהלת קהלתינו הק'‬
‫לאות הכרת הטוב פאר זיינע לעגענדארע לייסטונגען לטובת הקהלה‪.‬‬
‫)זעט אויספירליכן באריכט ביי די קהלה נייעס(‬
‫■‬
‫זונטאג אווענט פארגעקומען אן אסיפה אין ביהמ"ד ברך משה‬
‫בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‪ ,‬וואו אלע בחורים‬
‫גבאי הישיבות‪ ,‬וואס האבן גענומען אויף זיך דעם הייליגן אויפגאבע‬
‫אנצואווארעמען זייערע חברים אין זייער סניף אריינצוברענגען‬
‫וואס מער געלט פאר די מוסדות הקדושים בימי הפורים‪ ,‬זענען זיך‬
‫צונויפגעקומען איבערשמועסן מיט די עסקני המוסדות אלע פרטים‬
‫און איינצלהייטן אנבאלאנגט די פורים אקציע‪ .‬נאך די אסיפה וואס איז‬
‫אריבער מיט א געוואלדיגע הצלחה‪ ,‬זענען די גבאים אריין אל הקודש‬
‫פנימה צו מרן רבינו שליט"א‪ ,‬וואו די גבאים האבן זיך מיט א יראת‬
‫הכבוד ארומגעשטעלט ארינגס און ארום כשתילי זתים סביב לשלחנו‪ ,‬צו‬
‫נעמען ברכות קדשו פון רבינו שליט"א‪.‬‬
‫עס האט צו ערשט גענומען דאס ווארט העסקן הנמרץ מו"ה יצחק‬
‫אייזיק דאסקאל הי"ו‪ ,‬וואס האט ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון‬
‫די גבאי קודש וואס גיבן זיך אוועק פאר די מוסדות הק'‪ .‬בפרט יעצט‬
‫קומען זיי צו הילף פאר מרן רבינו שליט"א וואס איז אין די לעצטערע‬
‫וואכן שטארק בייהילפיג ארויסצושלעפן די מוסדות פון איר שווערן‬
‫פינאנציעלן מצב צוליב א לאנג פארצויגענער לעגאלער שטרייט מיט די‬
‫רעגירונג‪.‬‬
‫דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט דברי ברכה פאר די גבאים‬
‫און זיך באצויגן אויף די משנה אין אבות "ארבע מדות בהולכי בית‬
‫המדרש" און האט מדייק געווען די לשון "הולכי" פארוואס שטייט נישט‬
‫יושבי בית המדרש‪ ,‬נאר כדי צו קענען שטייגן בעבודת השם‪ ,‬לערנען‬
‫און דאווענען און אויסוואקסען ערליכע אידן תלמידי חכמים‪ ,‬דארף‬
‫מען אויך אנקומען עוסק צו זיין בצדקה וחסד און זיין פון די "הולכי בית‬
‫המדרש"‪ ,‬און האט זייער ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקנים אז זיי‬
‫זאלן מצליח זיין אין זייער אויפגאבע‪ .‬דער רבי שליט"א האט נאכדעם‬
‫געגעבן 'הצלחה געלט' פאר אלע גבאי קודש‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק צו א‬
‫מסיבה לטובת מוסדות יטב לב ירושלים‪ ,‬וואס איז פארגעקומען בבית‬
‫הרבני הנגיד מו"ה געציל בערגער הי"ו‪ ,‬זון פון הרה"ח הנגיד המפו'‬
‫מוה"ר בעריש בערגער הי"ו‪ ,‬ראה"ק דקהל יטב לב אין לאנדאן‪ ,‬וועלכער‬
‫האט זיך אויך באטייליגט ביי דער מסיבה של מצוה בבית בנו‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט געוויילט ביי דער מסיבה א לאנגע וויילע און‬
‫מפאר געווען בראש המסובים‪ .‬די נדיבים ונגידים בעם תושבי בארא‬
‫פארק האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און איבערגעגעבן זייערע‬
‫סכומים לי"ק פון רבינו שליט"א און פערזענליך אפגענומען ברכת קדשו‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת מעריב דארט בבית האכסני' של‬
‫תורה‪ ,‬און דערנאך איבערגעלאזט ברכת קדשו צום חשוב'ן בעל אכסני'‬
‫להתברך בכל מילי דמיטב‪.‬‬
‫■‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪9‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫ברכת מזלא טבא‪ ,‬מעמקי דלבבא‪ ,‬לידידינו היקרים‪ ,‬אנ"ש הנכבדים‪,‬‬
‫מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים‪ ,‬שמם הטוב מפוארים‬
‫לרגל שהשמחה במעונם‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫ביהמ"ד הגדול‬
‫• הרב משה )מנהל( פריעדמאן שליט"א‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה בנציון משה פאלקאוויטש הי"ו‬
‫• מו"ה מיכל וויינגארטן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים הערש קלאגסבאלד הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה ברוך הערש פילאפף הי"ו‬
‫• מו"ה שמשון מארמארשטיין הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה אלכסנדר פרענקעל הי"ו‬
‫קיט"ל בניני יאקאבאוויטש‬
‫ליע גארדנס‬
‫• מו"ה אברהם יצחק לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫קיט"ל בארא פארק‬
‫• מו"ה געציל זופניק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יואל ברש"ה גליק הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה מענדל ראזענבערג הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב סטראלאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה מאיר פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב יוחנן לעפקאוויטש הי"ו‬
‫• הרב יושע נחמן בערגער שליט‘‘א‬
‫• מו"ה זלמן לייב שפילמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה טובי‘ גדלי‘ פיש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל יצחק לעווי הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה שמעון דוב מארקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יושע שטערנפעלד הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יואל לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה ברוך זילבערשטיין הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• הרב יוסף לעווי שליט‘‘א‬
‫קיט"ל אנטווערפן‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה מרדכי שניצער הי"ו‬
‫• מו"ה נחום ברוינער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף יודא יאקבוויטש הי"ו‬
‫לרגל אירוסי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל מרדכי לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדת נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף חיים כהן הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יואל גראד הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫יהי רצון מלפני אבינו שבשמים‪ ,‬שישלם להם משכורתם בכפליים‪ ,‬משמחה זו ישפע שפע רב מלוא חפניים‪ ,‬שפע ברכה והצלחה משמי מעונים‪,‬‬
‫רב נחת דקדושה לאורך ימים ושנות חיים‪ ,‬כה יתן וכה יוסיף אלף פעמים‪ ,‬חסדי ה' לעולמי עולמים ‪.‬‬
‫המברכים באהבה השמחים בשמחתם‬
‫ועד הנהלת הקהלה • גבאי ושמשי בתי מדרשנו‬
‫הנהלת קהלתינו הק' וואונטשט אלע חשוב'ע מעמבערס און אנשי שלומינו‬
‫א שמחת פורים ושמחת תמיד‬
‫‪SFI‬‬
‫‪A Fully vertical approach to trade finance‬‬
‫‪Inquiry.sfi@gmail.com‬‬
‫‪Sponsored By:‬‬
‫‪Project: YF MARKETING | 718.514.6717‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫» » ‪10‬‬